-
אַ
ליד איז ווי אַ צייכענונג
מיט
וואָכעדיקע ווערטער
וואָס
מאַכט
די
גרויע וואָכעדיקייט
האַרציקער
און נענטער
וואָס
מאַכט
די
דריבנע פּרטימדיקייט
יום־טובדיקער,
שבתדיקער
און
דעם קורצן עולם־הזה
אַביסל
עולם־הבאדיק
איז
אַנשטאָט צו זאָרגן
זינגט
עס, זינגט עס
אדרבא
צי
ס'איז דאָ, צי ניט
דער
מאָרגן
כאַפּט
אַ
שטיקל עולם־הבא
No comments:
Post a Comment