Friday, January 03, 2014

פּלאָנטער




צווישן איך און דו
,שטייט אַ פרעמדער איר
לאָזט אונדז ניט אַריין צו זיך
.דורך דער וואָכעדיקער טיר

און "איר" שטעלט־צו אַ קאַלטן אויער
,צווישן דו און איך
מ'זאָל רק ביים פּאַראַדנעם טויער
.אויסטאָן זיך די שיך

,און אַז מע גייט אַריין שוין
 – באָרוועס
איך, און איר, און דו
ווערן אַלע דריי פאַרפרוירן
.אין אַ טויטער רו

,ווערן אַלע דריי פאַרלוירן
,מיד און מאָדנע פריי
אַלע דריי שטאַרק ניט לאַגאָדנע
.כאָטש גיי שריי: חי־וקיי

No comments: