אַ געראָטן ליד
מוז אינמיטן פלי
פאַרמאָגן פייגעלעך אין בויך
און מיט זייער
געזאַנג אין האַרצן
מעג עס אויך
שוועבנדיק טאַנצן –
ברייט צעפאָכנדיק די
צווייגן
און אַלץ ווייטער
און ווייטער
צעטרייבן
די קלוגע וואָלקנס
פונעם יאושדיקן שווייגן
אַזעלעכנס און
אַזאָלכנס
און דעם רייטער
אויפן שפּיץ
כוואַליע –
זאָלן אים דער
כוואַליעס שוועסטער
גריסן אַלע
מיט אַ באַהאַרצטן
יבוא ויעלה
No comments:
Post a Comment