Saturday, August 20, 2016

דעם שמייכלס לוויה


דער שמייכל
איז, לא עליכם,
פלוצים געשטארבן
קומט צו גיין
אויף זיין לוויה
א גאנצע כאפטע
וואזשנע חיות

דער צבי הערש
מיט די הערנער,
דער אריה לייב
מיט די נעגל,
דער דוב בער
מיט די לאפעס,
דער זאב וואלף
מלא חן,
ווי ער שטשירעט די ציין

און אויך דער אדלער --
דער נשר הגדול
קומט צו פליען
קלעקאטשענדיק
מעשה יאדל.

זאגט דער לייב:
"איכה... איכה..
אויף וועמען,
אויף וועמען האסטו
אונדז פארלאזן,
ר' שמייכל?!"

גיט-צו דער בער,
דער געמיט איז אים שווער:
"אזא סוף צו דערגרייכן
איז א שטאך און א בראך
וואס ס'דערטראגט
קיין שום שכל!"

פאטשט דער אדלער
מיט די פליגל
פון א מעכטיקן גדול
און צעגייט זיך
אין א קלאגמוטער לידל:
"אוי, שמייכל!
יאדל, יאדל, יאדל!"

דער וואלף טוט קלאגן:
"אנעם שמייכל, וואס מיר אלע
האבן שוין מער ניט צו פארמאגן,
האט ניט קיין טעם
די פרייד,
און קיין ווערט --
דער טרויער!"

פסקנט דער הערש,
זיין הערנער-געשאקל
פול מיט צער און באדויער:
"שמייכל, שמייכל,
ס'אי שוין גאר גאלע
אויס מועד,
דיין שטארבן
איז א קלארער צייכן
אז די וועלט גייט
איצונדערט,
טאקע לא עלינו,
ממש אונטער!"

און ווי סע מאכט זיך,
איז לעם דער כאפטע
געשטאנען,
ווי שטענדיק
אומרואיק,
א שפערל,
געפיקט אט א קרישל,
אט א פארדארטן קערל
און שטיל
זיך געבאמקעט
אונטער דער שנאבל-נאז:
"שמייכל-מייכל,
ווייס איך וואס!"

איר'ט מסתמא
פרעגן:
ס'טייטש?
און וואס איז דער סוף
פון דער מעשה?
וועל איך ענטפערן:
כ'וואיס ניש',
למאי זאל איך
אייך בארייסן...

דער שמייכל
ז'דערוויילע גאנץ טויט,
נאר די פיקערס די זשוואווע
פון סקארינקעס ברויט
האפן למעשה
אז אט
שטייט ער באלד אויף
תחיית-המעשים!
Like
Comment

No comments: