Sunday, October 23, 2016

חסד




קומען וועט ער, קומען וועט ער
אין א בייזער שעה א שפּעטער
און וועט נעמען זיך ריינוואשן
אויסטאָן קיטל און קאמאשן.
און די שווארצקייט וועט אראָפּ --
די חושך-פארב אים פונעם קאָפּ.
און די באָרד אינגאנצן גרוי וועט
ווערן ווידער און די רויערד
שטומען וועט אין זיינע אויגן --
ביים גרויסן אָדלער שטיל געבויגן...
'עט-ער-זיך שלאָגן דאן על-חטא
און ניט ווערן דערפון פעט...
נאָר קיין קריוודעס ניט דערמאָן אים
רק א שמייכל טו אין פּנים.
ניט קיין קרומען, ניט קיין בייזן --
א רחמנות אויף דעם קיסר.
פאָרט א ריז, הגם געפאלן...
זיי בלויז גוטסקייט אים מגלה.
זיי אים מוחל זיין פארשייטקייט
זיין פארראט וואָס שטעכט ווי מעסער
כ'לעבן ס'איז בפירוש בעסער
ניט דערשטיקן דיין געטרייקייט --
אז די גאל פון שעה פון שפּעטער
ווערן זאל דער זיסער האָניג
וואָס פארוואנדלט די געשפּעטן
אין גוט-ברודעריש געלעכטער --
לעבן זאל דער אלטער קיאָניג!

No comments: