דו
זאָגסט ס'איז ניט געפערלעך
וואָס
אונדזער ליבע טויט איז.
שטיל
אָפּגעשלונגען פּערלעך,
דער
בליק איז כלומרשט לויטער...
צי
זאָל דען, ביטער שווערלעך,
די
ריינקייט ווערן קויטיק –
כל־זמן
זי אומאויפהערלעך
אַלץ
ריזלט, צאַפּלט, ברויזיקט?
זיך
טרייסטן, שלינגען טרערלעך?!..
ניין, ס'טאַקע ניט געפערלעך –
מערניט ווי מעשה חוזק –
זי בליט און בלוטיקט הערלעך!
ס'געזאַנג
– אי שטאָלץ, אי רויטיק
ווי
בלום, ווי פלאַם, ווי בערלעך,
ווי
בלוט וואָס שלאָגט און דופקט
אין ליבע וואָס ניט טויט איז!
No comments:
Post a Comment