Wednesday, June 14, 2017

אין אַ גוטער שעה

.


וועסט אויפשטיין, אין אַ גוטער שעה,
און זאָגן: ס'איז שוין צײַט.
און ס'וועט ניט העלפן "בלײַבט נאָך דאָ,
אַביסל נאָך פאַרבלײַבט."
ווײַל יעדער ווענד און יעדער קער
דערגרייכט צום סוף דעם דנאָ,
אַ כוואַליע קומט באַלד אָן צום ברעג
און אָט איז זי ניטאָ.
ס'איז וויכטיק אויפשטיין צו דער צײַט
און צו דער צײַט אַוועק
אין וועג אין ווײַטן, וואָס פאַרבײַט
דעם גיכן בײַט פון טעג.
נאָר איידער גרייט ביסט אויפצושטיין,
זאַפּסט אײַן דעם הימלס בלאָ
און אויך די גרויקייט פון דעם שטיין
וואָס דו לאָזסט איבער דאָ.

.

No comments: