געגאַנגען
אַמאָל מיט זיך אין געוועט,
געוואָלט
זיך פאַרמעסטן מיט גרויסע,
גענומען
צו מײַסטרעווען זיך אַ סאָנעט
מיט
היימישע יידישע אותיות.
"דווקא
סאָנעט?" – טוט דער טאַטע אַ זאָג,
"דיין
וועלט איז דען קאַרג דו זאָלסט וועגן
איר
פרייד, איר געזאַנג, איר וויי און איר קלאָג
אײַנטאָן
אין סאָנעטישן בעטל!?"
געווען
דאַן נאָך יונג, אומגעשליפן און רוי,
געמיינט
אַז דער טאַטע זיך חכמהט,
ווײַטער
געשפּונען פון וואַסער און שטרוי
דעם
צווייטן סאָנעטל און נאָך מער...
איצט
ערשט פאַרשטאַנען, דער טאַטע האָט רעכט –
צו
ענג ז'פאַר געזאַנג דער סאָנעטן געפלעכט.
No comments:
Post a Comment