Tuesday, September 08, 2020

אויף א קומזיץ

 



.


איך גיי אויף אַ "קומזיץ" און ברענג מיט אַ ליד,
דער שײַטער צעבערנט זיך, די בולבעס – צעגליט,
די חברה – צעשפּרונגען, צעזונגען ביז גאָר – 
מײַן ליד זיך צעקלינגט מיט דעם היימישן כאָר.

מע רעדט און מע זינגט און מע טרינקט און מע קײַט,
די מיידלעך פאַרצונטערט, די יינגלעך פאַרשײַט,
די יידישע ווערטער פאַרניגונט מיט ברי
גליען ווי קויל איבער קעפּ, איבער קני.

און ס'קומען נאָך חברה אַ זינג טאָן מיט אונדז –
סײַ ענגער סײַ ברייטער דער קרײַז – סאַראַ קונץ!

אומצאָליקע זילבן פון מענטשלעך געזאַנג 
ווי שטערן אין הימל פון קאָסמישן דראַנג

אַלץ ווײַטער און ווײַטער פאַרשפּרייטן דעם אור
ביז קוילן מיט צונטער ס'דערגרייכט דער קאַיאָר.

.

No comments: