Sunday, September 10, 2023

September 14, 2021 
Shared with Public
Public
דערלויב מיר
אַ טאַפּ טאָן, אַ טאַפּטאָן
דײַן נפש
דײַן נפש וואָס חשקט
מיט חשק פון בראשית
וואָס רײַסט זיך
אַ בענטש טאָן, אַ בענטשטאָן
די וועלט
פון זונען צעהעלט
און מיט שטראָמען
צעקוועלט
דערלויב מיר,
דערלויבמיר
אַנטדעקן דײַן נפש
באַפרײַען פון מאַנגל
איר קוואַליקע שפע
פון אונטן, פון אויבן
פון ערב בראשית
דערלויב מיר, דערלויבמיר,
מײַן מקודשת


August 25, 2019 
Shared with Public
דער גרויסער נס פון דײַן באַריר
פון דײַן פאַרלאַנג, וואָס איך דערשפּיר
פון דײַן געזאַנג, וואָס איך דערהער
דערגרייכט העט ווײַט צו מיר אַהער

בעת איך, פאַרוואָרפן אין דער פרעמד,
דריי זיך אַרומעט שטאַרק פאַרשעמט

ווײַל אָפּגעזונדערט, ווײַט פון דיר,
אין אומדערטרעגלעך ווײַטער ווײַט --
בלײַב איך פון זיך אַליין פאַרפירט
חוכא ותּלולה פאַר די לײַט

נאָר כּלא־ידע בלײַבן זיי
ווײַל עלנט שטיל איז מײַן געוויין
הגם איך פיל, דערהער, דערשפּיר
דעם גרויסן נס פון דײַן באַריר

April 7, 2018 
Shared with Public
Public
ס'גייט אויס די נשמה, מיין ליבע, נאָך דיר
די גראַמען צעקלינגען זיך קוים
אַ פויגל אין אייגענעם נעסט זיך פאַרווירט
אויף נאַקעטן צווייגל פון בוים
צי קאָן דען צעווייען דער ווינט דעם פאַרלאַנג
צו קומען, מיין ליבע, צו דיר
צי קאָן ער דען שענקען דער וועלט דאָס געזאַנג
פון ליד וואָס זיין טיאָכקע ס'פאַרלירט
ס'גייט אויס די נשמה, אַ קלאַפּ נאָך אַ קלאַפּ,
און ס'האַרץ זיך אויפרייסן איז גרייט
אַ פויגל געפאַנגען, פון בענקשאַפט פאַרכאַפּט
אָנמאַכטיק די פליגל צעשפּרייט
צי קאָן דען די בענקשאַפט פאַרבלאָזן דער ווינט
צו לינדערן מילד דעם פארלאַנג
צי קאָן ער פאַרוואַנדלען דעם ווייטאָג־און־ווינד
אין אַ תפילה וואָס היילט מיט געזאַנג

May 10, 2019 
Shared with Public
Public
\אויסרעדאַגירט\
ס'גייט אויס די נשמה...
(מען קאן דאָס זינגען לויט דער מעלאָדיע פון "מאַרגאַריטקעס")
ס'גייט אויס די נשמה, מײַן ליבע, נאָך דיר
די גראַמען צעקלינגען זיך קוים
אַ פויגל אין אייגענעם נעסט זיך פאַרלירט
אויף נאַקעטן צווײַגל פון בוים
צי קאָן דען צעווייען דער ווינט דעם פאַרלאַנג
צו קומען, מײַן ליבע, צו דיר
צי קאָן ער דען שענקען דער וועלט דאָס געזאַנג
פון ליד וואָס זײַן טיאָכקע כ'דערשפּיר
ס'גייט אויס די נשמה, אַ קלאַפּ נאָך אַ קלאַפּ,
און ס'האַרץ זיך אויפרײַסן איז גרייט
אַ פויגל געפאַנגען, פון בענקשאַפט פאַרכאַפּט
אָנמאַכטיק די פליגל צעשפּרייט
צי קאָן דען די בענקשאַפט פאַרבלאָזן דער ווינט
צו לינדערן ווייטאָג מיט קלאַנג
צי קאָן ער פארוואַנדלען די צײַט וואָס פאַרשווינדט
אין אַ תפילה וואָס היילט מיט געזאַנג
ס'גייט אויס די נשמה, מײַן ליבע, נאָך דיר
איר ליד ווערט פאַרשטומט אינעם רוים
אַ פויגל פאַריאָמערט מיט פליגל צעפירט
אויף נאַקעטן צווײַגל פון בוים


 
Shared with Public
Public
געקומען אינדערפרי דיך קושן כ'אײַל זיך
אויך גרייכנדיק העט שפּעט צו דיר דעם קײַלעך
פון מײַן פאַרלאַנג דערלאַנג איך דיר, מײַן ליבע,
און האָפן כ'האָף אַז כ'ווער דיר ניט דערווידער.
זיך טוליענדיק צו מיר, הייבסט אָן צו פליען
און אומעט מיטן טרויער רײַסן קריעה
ווײַל דו אין מיר און איך אין דיר פאַרוואַנדלט
דערפליען צו די אייביק בלויע ראַנדן
און אין דעם בלאָ פון געטלעכער נגינה
דערגרייכט צום תוך פון מענטשלעכן געוואַנדל
דערלאַנגען מיר צום אומזינס קלאָרן זינען
וואו פאַוועס גריסן ראַזישנקעס מיט מאַנדלען
געזען זיך אויף א ווײַל און גלײַך געפאַנגען
דו – מיר אין ליד. איך – דיר אין די געזאַנגען


November 14, 2018 
Shared with Public
Public
דער הייסער גלי פון דײַן פאַרלאַנג
איז מײַן געראַנגל, מײַן געזאַנג
דאָס אויסגעשריי פון דײַן פאַרלוסט
בריט אָן אַן אויפהער מיר אין ברוסט
און אַלץ וואָס איז געווען אַמאָל
מיט אַלץ וואָס וועט אַמאָל נאָך זײַן
ווערט צוגעקאָוועט אײַזן־שטאָל
צו דײַן אומענדלעך עכטער שײַן
און ווייסן ווייס איך – ביזקל סוף
כּל־זמן די וועלט אַ קיום האָט
(פאַר פרעכקייט מײַנער מיך ניט שטראָף):
דו ביסט מײַן טײַוול און מײַן גאָט
און איך בין דיר – אַן אַדערויף
פון אַלץ וואָס חן און זין פאַרמאָגט


 
Shared with Public
Public
דאָס איז דאָס לעצטע ליד אויף הײַנט
מ'דערזעט שוין באַלד די שטערן
דאָס טאָג געיעג ווערט ווידער ווײַט
די שטילקייט טוט זיך מערן
און ס'עקט דער אָוונט זיך מיט נאַכט
בעת זעלטן וואו לאַמטערן
צעפינקלט שפּרייט פון ליכט די פּראַכט
מיט חשכות טוט זיך ווערן
און אין דעם מונטערן פאַרגאַנג
פון לאַנגן בין־השמשות
ליכטיקט אין דיר טיף דער פאַרלאַנג
צו גרייכן צום ממשות
דאָס איז דאָס לעצטע ליד אויף הײַנט
ביז העלע זון אויפסנײַ דערשײַנט
.

April 8, 2020 
Shared with Public
Public
כ'האָב ניט געוואוסט
און כ'האָב געוואוסט
אונטער דער הויט
טיף, טיף
אין ברוסט
אַז דו ביסט דאָ
אַז איך זוך דיך
די אויגן דײַנע
דײַן געזיכט
אַז ערשט מיט דיר
מיט דיר, מיט דיר
וועל איך
געפינען גלײַכגעוויכט
אַז אָפן איז פאַר מיר
דײַן טיר
דײַן בליק
דײַן האַרץ, דײַן גוף
דײַן דיך
כ'האָב ניט געוואוסט
נאָר כ'האָב געפילט
אָן דיר איז פּוסט
און אויסגעשפּילט
מײַן קול
מײַן קלאַנג
און מײַן געזאַנג
אָן בויגזאַמקייט
פון דײַן פאַרלאַנג
אָן דעם געפאַנג
פון דײַן באַריר
ווי ווייניק בין איך
ווערט אָן דיר
אָן דײַנע הענט
פרעכע פאַרשעמט
וואָס ראַטעווען
מיך
אויס דעם קלעם
כ'האָב ניט געוואוסט
כ'האָב ניט געאָנט
אַז זײַן אָן דיר
כ'האָב ניט געקאָנט
און אָט אַצינד
דײַן ליכט איז גרויס
אָן דיר
כ'בין בלינד,
פאַרחושכט, אויס
איז זאָג איך דיר
קום, קום אַרויס
פרימאָרגן בענטשט אונדז
באַלד מיט טוי
מיט טוי
פון געטלעכן
באַשאַף
אף על פּי כן
כן על פּי אף


July 8, 2017 
Shared with Public
Public
שוין צו שפּעט צו שלאָפן,
כאַפּ זיך, בעסער, אויף,
נעם שרײַב־אויף די סטראָפן,
דײַן ליבער מוזעס רוף:
"יעדער אַטאָם אָטעמט,
יעדער שפּאַן זיך שפּינט
צווישן שײַן און שאָטן,
צווישן בלום און בין.
כאַפּ זשע אויף זיך, ליבער,
מונטער שטעל זיך אויף
ווערטער ווערן לידער,
נשמהדיק – דער גוף."
נאָר ווי זשע זאָל איך, ליבע,
זיך אָפּטרייסלען פון שלאָף
קומסט דאָך אַהין אַריבער
צו חלום ווי צום סטראָף?
אין פיבער פון מײַן בענקשאַפט,
אין טרוים פון מײַן געזאַנג
דער וואָר אַליין ז'צו ענג שוין
צו לעשן דעם פאַרלאַנג –
צו זײַן מיט דיר אינאיינעם,
מיט דיר, מיט דיר, מיט דיר,
בעת ווײַטקייטן צעשיידן
אונדז ביידן אָן אַ שיעור.
"גענוג, גענוג שוין שלאָפן",
די מוזע רוימט מיר אײַן,
גוטהאַרציק טוט זי האָפן
אַז כ'וועל אַ מענטש נאָך זײַן.
All reaction
August 6, 2018 
Shared with Public
Public
אין יעדן קלאָנג, אין יעדן שאָרך
דערשפּירסט דעם דראַנג
צו נאָך, צו נאָך
אין יעדער תנועה – אַ געזאַנג
אין יעדן אָפּהילך – אַ פאַרלאַנג
און טאָמער קומט שוין אָן די שעה
ווען אַלץ איז דאָ
נאָר דו – ניטאָ
פאַרבלייבן בלייבט
דעם בוראס האָרך
צו יעטוויד קלאַנג
צו יעטוויד שאָרך





February 12, 2019 
Shared with Public
Public
די גראַמען צעקרישלען זיך פּלוצים
און ס'דאַכט אַז דאָס פליען ווערט שווער
דער אָטעם מיט לונגען צעבוצקעט
דער אַטאָם – באַלד שפּאַלט זיך אויך ער
נאָר אָט – טרעפט אַ נס – דו, דערהיט אים
דעם וואונדער פון בלויען באַגין
דעם בראשית־פאַרלאַנג אַלגאָריטם
פון טרוים וואָס באַפליגלט דעם זין
און ס'ווערט דיר דאָס פליען געהאָלפן
די פליגל באַוועגן זיך גרינג
די ווײַטקייטן מער ניט צעוואָרפן
צעווישן אַטהער און אַטהין.
די גראַמען זיך קרישלען נאָר פּלוצים:
וואָס קרישלען, ווען קרישלען? – תּרוצים!
.




No comments: