Wednesday, December 15, 2004

Wolpe2


צייט־שפּיגל

דערזען האָב איך אַ שפּיגל
וואָס שפּיגלט אָפּ די צייט
די גרוב איז דאָרט אַ וויגל
די נאָנטקייט איז די ווייט

דאָרט וואָרצלען זיך אין קרוינען
סיי שאָטנס, סיי די זון
די ליכט איז דאָרט באַשאָטן
מיט אומליכט קאָסע־קרום

אַ וועלט פון אַלע וועלטן
פאָרויס און אויף צוריק
דאָרט יונגע בלומען וועלקן
די אַלטע – גאָר אין צוויט

ס'געוויין ווערט דאָרט אַ שמייכל
די שקיעה ווערט קאַיאָר
מע זאָל נאָר האָבן שכל
דערזען דאָס יאָר נאָך יאָר

:דעקזען האָב איך אין שפּיגל
,די נאָנטשאַפט, זי ז'ניט ווייט
יאָרטויזנט – בלויז אַ ציגל
אין שפּיגל פון דער צייט

Thursday, December 02, 2004

escher hent




קורצע דיבורימלעך

*

קורץ, זייער קורץ
סיי מילד, און סיי שאַרף
אַ רענדל אַ וואָרט
אין דער וועלט אַריין
וואַרף

*

דו זעסט: דער לעצטער געלער בלאַט
טוט שוין אַ ציטער
און מיט זיין ציטער
ווערסט דערשיטערט

*

:לאָמיר אַנטלויפן צוזאַמען
דו – פון זיך אליין
איך – פון דיינע גראַמען

*

לערן זיך געהאָרכזאַם שווייגן
ביי די הוילע ביימער־צווייגן

*

ניט אַלץ וואָס מע זאָגט
מוז מען פאַרשרייבן
זאָל עפּעס דערפון
אויך אין ניוועץ פאַרבלייבן

*

האָסט פאַררעדט אַזוי פיל ציין
ביז געבליבן ביסט אַליין
,פול מיט רייד
...דאָס מויל – אָן ציין

*

איין דיבור
צוויי ווערטער
:דריי זאַכן
,ניט רעדן
,ניט פּלוידערן
!מאַכן

*

כ'האָב ליב דעם פאַל
,פון "לעצטע" בלעטער
:זיי זאָגן אָן
פּונקט ווי דער וועטער
אויך דער סעזאָן
.זיך בייטן וועט ער

*

,קורץ
:וואָס קאָן שוין זיין קירצער
לאָמיר די שטילקייט
מיט אַ ווערטל
.פאַרווירצן

Monday, November 29, 2004

kh'ob gemeynt shoyn...

qhnt4734cd4JD3Jp





כ'האָב געמיינט שוין מיט דיר
אינאיינעם צו שטאַרבן
נאָר וואָס זאָל מען טאָן
אַז דו האַלטסט אין איין
לעבן און לעבן, און לעבן, און לעבן
וואו מע זאָל נאָר ניט שטעלן דעם טראָט
דערפילט מען דערנעבן
אַז דו קלאַמערסט זיך פאָרט
מיט עקשנות
אין דער וועלט'ס דלד אמות

און דערצו אומעטום דאָ
דיין אָטעם זיך אַטאָמט
און אין אַלע עק וועלטן
ביסט ווייטער און ווידער
מיט די אַלע פיר ווינטן
געקניפּט און געבונדן
און מיט אַלע יבשות און ימען
פאַרקנסט און פאַרברידערט
אין טומל
אין שטילשטאנד
אין טרוים

כ'וואָלט שוין גערן געשטאָרבן
צוזאַמען מיט דיר
אָט אזוי
נאָר דו וואָגלסט און וויגלסט אַלץ
ווייטער און ווייטער, און ווייטער, און ווייטער
צייט און רוים
טאַט און רויך
וואָרט און שימל
אָט בענטשסטו
אָט שעלטסטו
אָט מאַכסטו זיך גאָר כלא־ידע
ס'צעהעלט זיך דער הימל
ס'טוט אַ ציטער די ערד

כ'האָב געמיינט אַז כ'וועל שטאַרבן מיט דיר
נאָר וואָדען
מיט התמדה עס בייט זיך די מאָדע
פון גאַלאָשן מיט בערד
אויף פּעך־שוואַרצע קאַווע מיט נערוון
ביזקל לופטיקע בלומען מיט בלוטיקער שווערד
און מיין האַרץ אָפגעטיילטס אין אַ טעפל אן ערדנס
אוי ווי ס'בענקט אַ צעשפּאָלטנס
נאָך דיין וואָרט, נאָך דיין וואָר, נאך דיין וועג, נאך דיין וואָג
נאָך אַלע אַלמענטשלעכע וואָלטנס



AZOY IZ ES

Thursday, November 25, 2004

XEPI TENKSGIVING!

Korenblit 1967b

קינסטלער: וואַלערי קאָרענבליט (סאָנין), מאָסקווע 1967
Painted by Valery Korenblit, Moscow 1967



מאָניש אין אינדיאַנע

,אַ ריינער קלאַנג, אַ רעכטער טאָן
– איידל־דידל־דאַם
ס'קומט אַ ייד קיין בלומיגטאָן
ער קומט, ווייזט אויס, ניט סתם

געפינט ער דאָרט פאַר זיך אַוואו
זיין האַרבעריק, זיין בינטעלע
און נאָכן "אינדיאַנסקאָמו" י
.שטעלט ער שוין: פּ י נ ט ע ל ע

,און זינט דעמאָלט: חיי וקיי
!איידל־דידל־דודל־דיי
שלינגען שלינגט מען צו דער זעט
זינגען זינגט מען ביז צו שפּעט

און דער מינדסטער טינט־און־פעדער
,גרייט שוין מער ניט זיין זיין יעגער
,אַמער זיין פּאַניבראַט
!אַמער זיין פּאַניבראַט

ר'איז אויף קעסט ביי זיך געוואָרן
סיי צו לייט און סיי צו שררה
איידל־דידל־דראַסק
!אַקוראַט צום טראַסק

אַלע "חיות" אויף צו להכעיס
זיי אַ פליאַסק, אים קוש אין קנאָכעס
זיי אַ בריק און אים אַ צערטל
:און עס רעדלט זיך דאָס ווערטל

!איידל־דידל־דודל־דאַנק
,סאַראַ היימיש רעכטער קלאַנג
,סאַראַ מענשלעך ריינער טאָן
!יידעש–בלומיגטאָן–זשאַרגאָן

Tuesday, November 23, 2004

a lid iz nit stam azoy...


Shike Driz,

* * *
אַ ליד איז ניט סתם אַזוי
– נאָר טאַקע פון טיפן האַרצן
אַ שטראָם, אַ קוועלכל, אַ פליסעניש
אין ברייטקייטן און אין טיפעניש
פון אייביקער פאַרגעסעניש

אַ ליד איז ניט סתם אַזוי
:נאָר טאַקע בפירוש אָט־אַזוי־אָ
– פון אַ ברייט צעעפנטן ברוסטקאַסטן
אַ כאָרכל, אַ שאָרך, אַ סקריפּ פון זעגלען
אָנגעצויגענע אויף העכסטע מאַסטן
וואָס פלאַטערן מיט נאָגעניש

אַ ליד איז ניט סתם אַזוי
נאָר טאָמער פאַרקערט, צומאָל גאָר
– טאַקע בפועל ממש: סתם אַזוי
פון אַ פאַרקלעמט מויל
אָן שום הסכמות, צי דערלויבעניש
– דעם אַלמעכטיקן בורא עול
אַ פאַרשפּעטיקטע לויבעניש