Wednesday, April 06, 2005

Tsenerene
־־־ אַ סצענע פון דער "צענערענע" ־־־

סוף גן־עדן

ווען מ'האָט פאַרמאַכט דעם גן־עדן
איז פאַרכמאַרעט די וועלט געוואָרן
און דער קוואַל האָט געקוועלט מיט צאָרן
...ווען מ'האָט פאַרמאַכט דעם גן־עדן

און די וועלט איז געוואָרן ענגער
וואָס איז שוין דאָ שייך צו ריידן
בלויז איר האַרץ איז געבליבן הענגען
.ווען מ'האָט פאַרמאַכט דעם גן־עדן

ס'האַרץ פון וועלט טוט קלאַפּן אַלץ שטרענגער
איבער שפּליטערס צעשפּרייטע ווי קווייטן
איבער פעלדער און וועלדער און פּליינען
און דער קוואַל ר'קאָן נאָך אַלץ ניט באַשיידן
...הלמאי מ'האָט פאַרמאַכט דעם גן־עדן

איינס איז קלאָר: זינט סוף גן־עדן
.ציט זיך קוואַליק דער אָנהייב פון גלייבן



RYBAK

די שקלאָווער שול געצייכנט פון יששכר־בער ריבאַק

Yoysef, Moskve 1960

יוסף קערלער, אָנהייב 1960ער, הינטער מאָסקווע

ווי אַנדערש און ווי ענלעך

דעם טאַטן צו זיין 81טן געבורטסטאָג

– ?ווי אַנדערש, און ווי ענלעך, און... ווי אַנדערש
,אַן עפּל און אַ מעכטיק שיינער בוים
אַן עפּעלע וואָס ווערט אַליין – אַ צווייגן־צאַפּל
.אַ בוים וואָס שפּיגלען זיך די וואָרצלען אין זיין קרוין

– ווי ענלעך, און ווי אַנדערש, און ווי ענלעך
עס האַלט אַ האַנט אַ הענטל און דאָס הענטל ווערט אַ האַנט
און ס'ווערן ווייטקייטן אַלץ נעענטער און נענטער
...ביז ס'דאָכט מ'קאָן שוין אָנרירן דעם האָריזאָנטן־ראַנד

ווי אַנדערש?! און דו וואַנדערסט
,ביז ענדלעך ווערט מען ענלעך
און ס'טוט אַ טיאָכקע ס'האַרץ
זיך נייגנדיק צום האַרץ

און ס'ווערט דיר אַלץ זיס־קלאָר
:און ביטערלעך־פאַרשטענדלעך
...אַן אייביקייט וועט דויערן די ברכה
?..און איר שכר

אַפּריל 1999





Pictures from camera 039

Wednesday, March 23, 2005

TSOFN VEYLZ

IRINA'S 'NORTH WALES' (22 MARCH 05)

"A View in North Wales" by Irina Izhogina


Llandudno Junction

כ'האָב מיין האַרץ פארלאָרן אין כלאַנדידנאָ דזשאַנקשן
,צווישן פרעמדע פעלדער, בערגלעך, שאָף און טאָלן
גלייך ווי כ'וואָלט געזוכט דאָ די קלאָרע רו פון לאַנג שוין
.און וואָלט זי דאָ געפונען אויף שטעגעלעך אויף שמאָלע

און די פרישע עכטיקייט פון רואיקע פאַרטאָגן
,אָטעמט ברייט מיט לעבן און מיט רייפן גלויבן
כ'האָב איצט דיר, כלאַנדידנאָ, מיין אומרו צוגעטראָגן
.און דיינע שטערן ציטערן מיט נעץ מיר אין די אויגן

,צי וועט מיר סטייען צייט נאָך זיך וואַכזאַם צוצוהאָרכן
,שפּאַנענדיק באַדאַכט אַזוי איבער די פרייע שטראָזן
צו אַלע דיינע שווייגנס און צו אַלע דיינע שאָרכן
?וואָס הילכן אָפּ מיט צאַרטן שטאָלץ אין הימל, בערג און טאָלן

,כ'האָב מיין האַרץ געלאָזט דאָ אויף די פעלדער גרינע
.אויף די ליקלעך שיטערע באוואוינט פון מענטשן פּשוטע
אין כלאַנדידנאָ דזשאַנקשן וואַכט אויף דער באַגינען
...און די שטילקייט צאַנקט שוין פאַרביי אַ צעפּאַלאָשעטע

צפון וויילז, סוף זומער 1994

Sunday, March 20, 2005



Bentzien Michtom

אַ בילד געצייכנט פון בנציון מיכטאָם הי"ד, איינער פון די קינסטלער פון דער "יונג ווילנע" גרופּע
Painted by Bencion Michtom (1909-1941)


EQUINOX

,האַרבסט צעקלינגט זיך ערב פרילינג
האַרבסט צעקלינגט זיך ווידערשפּעניק
און עס דאַכט: דער אַלטער וויינטער
,ווערט גאָר יינגער
.ווערט גאָר יינגער

און ס'דערמאָנט זיך: ערשט אַנומלט
ס'האָט אינמיטן קאַלטן טומל
דיר געשענקט די זון די ווייטע
,פרילינ־גרוסן
.פרילינג־גרוסן

– ,בייזער ווינט און... יונגע קנאָספּן
,צי די צייט לאָזט זיך ניט דינען
?צי דער פרילינג לאָזט זיך קאָסטן
,האַרבסט... און פרילינג
.האַרבסט... און פרילינג

Friday, March 18, 2005

Old City V. Sonin

ירושלים, די אַלט־שטאָט, געצייכנט פינף יאָר
איידער דער קינסטלער האָט זוכה געווען צו דערזען עס מיט די אייגענע אויגן
קינסטלער: וואַלערי קאָרענבליט (סאָנין), מאָסקווע 1968
Painted by Valery Korenblit, Moscow 1968