Sunday, February 26, 2006

א מתנה הירשע-דודן

<>

I LOVE YIDDISH
קויפץ
אַ העמדל

אַ גאַנג איז מערער
ווי גלאַט אַ גענגל
און ס'טוט בלויז באַנג
דעם שפּאַן צו שפּאָרן.
דער שליאַך איז דיינער,
דער בלומס אַ שטענגל
איז דיר מקנה,
קיינעהאָרע!

און טאָמער
וויינט דער וועג,
און סקריפּעט
אונטער דיין טראָט
דער זשוויר דער זשוואַווער,
ניט לייג קיין אַכט.

דו, שפּאַן וואָס גיכער,

נאָך אונדז זיך יאָגט
דער וועלטס
כך הווה...

געבענטשט
זאָל זיין
דער וועג
וואָס לענגער!
פאַרביי עס שטאַמלען
ביימערס שטאַמען,
בנינים בייגן זיך
געבייגלט
און דו,
טראָץ יענעמס
קרומע גענגלעך

האַלט שטאָלץ דיין גאַנג
צום האַרץ צום סאַמע.


Friday, February 17, 2006

קונקל־מונקל

<>

shut
Юлия Алексеева

ס'קומט צו חלום אין דער טונקל
אַ פארזעעניש:
קונקל־מונקל
קומען קומט עס פון אַ ווינקל
און דערלאַנגט דער וועלט
אַ שטינקל.


אין אַ ווינקלדיקן טונקל
פון אַ טונקלדיקן ווינקל
אַ קאָשמאַר
און אַ געסרחה:
לויטער בראָך,
גאָר קנאַפּע ברכה:


קונקל־מונקול,
ווינקל־שטינקל –
אַ בייזער חלום
מיט אַ צינגל.

כאַפּסט זיך אויף
פון שלאָף פאַרטונקלט,
ווילסט אָפּטרייסלען זיך
וואָס פלינקער
נאָר די טרערן שווייס
זיך קייקלען
און פארקייקלען זיך
אַהינטער
יענע שאָטנדיקע עקן
וואו חלומות בייזע
שפּעטן...

טפו־טפו־טפו, אויף מיינע שונאים!

און לויט צעשפּייען זיך –
כ'דערקאָן אים:
דאָס איז ווידער ער,
דער סקאָצל,
דיר אין 
קאָפּ 
זיך אויסגעסטראָצלט
ווי אַ זאַטינקער פורונקול:

ס'איז ווידער ער,
דער קונקל־מונקל!




jester

Robert Lewis

Thursday, February 02, 2006

מ'ווערט ערשט געבוירן

monet.coquelicots


מיין אומקום ווערט ווידעראַמאָל אָפּגעצויגן
די וועלט טוט זיך שפּיגלען אין וואַרעמע אויגן
אין יידישע

און ווידער עס קלינגען ניגונים, פאַרצויגן,
מיט היימישן אָטעם געטאָקט און געוואויגן, –
די חסידישע

ווער אומקום, וואָס אומקום? – איך ווער ערשט געבוירן
און קרעפטיקע, האַפטיקע, האַרציקע זוימען
פאַרחידושן

ווי ווייט אין דער פרעמד זאָלסט ניט ווערן פארפלויגן
וועט תמיד אין דיר יענע קראַפט ווייטער יוירן
היברידישע

דער אומרו וועט ווייטער זיך פּאָרן מיט טרוימען
און היינטיק געפינס ווערן מאָרגן דערהויבן
אָט ווידער שוין

מיין אָנקום פאַרזאַמט זיך, ווער ווייסט צי ר'וועט טויגן
דאָך, שערבלעך ניט לייגט פאַר דער צייט אויף די אויגן
די יידישע

Friday, January 20, 2006

ווען בלייבט אַ דיכטער

LIPKON der alter bes-oylem
דער ליפּקאַנער בית־עולם PHOTO: PAWEL FIGURSKI, December 2005

ווען לעבט אַ דיכטער?
ווען ער שטאַרבט?
צי נאָכן טויט
אַן אויפגעלעבטער?
צי ווען דער ווינט
זיין וואָרט פאַרשאַרט
צום האָריזאָנט
דעם אויסגעוועפּטן?..

ווען שטאַרבט אַ דיכטער?
ווען ער לעבט?
צי נאָך געבורט
אַן אויסגעשעפּטער
ווען וואָרט־און־קלאַנג
פאַרוואַנדלט ווערט
אין אַ געזאַנג
וואָס גרייכט
צו הערצער?

ווען זינגט אַ דיכטער?
ווען ער וויינט?
צי ווען ער שטייגט
צו נייע וועלטן,
ווען ס'ווערט זיין אָטעם
טיף און ברייט?
צי ווען ער בענטשט
די וועלט
און שעלט זי?

ווען בלייבט אַ דיכטער?..

Tuesday, January 17, 2006

כ'געדענק און געדענק אַלץ



TURNERdeluge



כ'פאַרמאָג אַ זכרון,

אַ זכרון – אַן אייזן!

כ'געדענק און געדענק אַלץ

און די געדענקשאַפט איז קראַנט:

כ'געדענק דאָס וואַסער,

דעם מולד דעם בלאַסן,

די קינדער און גרייזן,

דעם אויסגעשטרעקטן האַלדז.


אויפן האַלדז ז'ניט פאַרבליבן

קיין טראָפּן פון טרוקנקייט

און כ'דערזע אויך דעם אויגן־בליק

וואָס מאָנט און דערמאָנט

אין העכסטן געראַנגל

ווי מיט לעצטער ליכט זוכנדיק

דעם ראַנד דעם פאַרבאָרגענעם

פון האָריזאָנט.


איך פאַרמאָג אַ זכרון

וואָס לעשן דערלויבט זיך ניט,

ער זוכט־אויס פאַר זיך ווערטער

סיי געדאַכט, סיי געאָנט

און אין דער געדעכעניש

די מאָרדעס די פערדישע

וואָס כריפּען און כאָרכלען

איידער ס'וואַסער זיי קרוינט...


אַ געכליפּ און אַ וועלט־געשריי

אין דער שטומקייט דער נאַכטישער,

ווען מאַמעס מיט קינדערלעך

אין דעם וואַסער־געדריי

שטרעקן הענטלעך און הענט

צו די קלאַפטער די טאַטישע

וואָס ווערן אַלץ שוואַכער

און אַלץ טיפער פאַרשעמט...


כ'געדענק און געדענק אַלץ

דער זכרון פאַרפירט מיך ניט...

ערגעצוואו אויפן וועג

צו דעם ווייטן היינט קרים

מאַמעס הענט די פאַרבראָכענע,

טאַטעס שטימען וואָס שטיקן זיך

און דאָס וואַסער אַלץ מעכטיקער

אין דעם ווירבל פאַרקרימט...


און עס פּייניקט ביז היינט

אָט־די שוואַרצע געדעכעניש,

כ'וואָלט זי ניט ווינטשן

אפילו די פיינד:

סאַראַ וויסט־ווילדע זעונג

צווישן וואַסער און טרוקעניש

צווישן וואָגל און וואָלקנס,

אויסדויער און פּיין.