Saturday, March 18, 2006

א מתנה מיין טייערן פריינד בערל קדם



der_vokzal


מיין זיידע, דוב־בער, איז באַגראָבן
אין ביראָבידזשאַן –
אַ ווייטער מהלך,
אַ פאָלג־מיך־אַ־גאַנג,
אַ ריזיקער שפּאַן
פון הייסין און דאַשעוו
דורך קרים
און דורך וועגן־אומוועגן
פאַרגאַנגען העט־ווייט
פון פּאַדאָליִער, היימישע ברעגן.

מיין זיידע, דוב־בער, האָט געפאָלגט
דעם זיגזאַג פון זיין פאָלק
אפילו ווען ס'האָט
שוין געדאַכט,
אַז ס'האָט מער ניט קיין טאָלק:
איין זון איז געפאַלן אין שלאַכט,
דער צווייטער –
אין תפיסה געשמאַכט
און פאָרט האָט איין טאָכטער
אין ביראָבידזשאַן
אויסגעהאָדעוועט קינדערלעך אַכט

מיין זיידע, דוב־בער, איז דערגאַן
אַזש ביז ביראָבידזשאַן
קרוע
־און־בלוע האָט דער עשעלאָן
קוים גערירט זיך אַ שפּאַן
נאָך אַ שפּאַן...
דאָך איז ער דערגאַנגען,
דערפאָרן
אין העט־ווייטן מזרח
פאַרפאָרן...

און כאָטש זיין מצבה
(ווער ווייסט צי זי שטייט נאָך)
פאַרבלייבט
אין דער ווייטיקסטער ווייט,
פאָרט
ציט זיך אַלץ ווייטער זיין שטאַם
דורך מאָסקווע און י ר ו ש ל י ם
ווייל שטאַרבנדיק דאָרט,
ווייט פאַרוואָרפן
אין ווילד־שיינעם לאַנד,
האָט ער זיינע קינדער געבענטש
ט
מיט דער אייביקער ברכה:
לחיים!



der_horepashnik
ביראָבידזשאַן אַמאָל, ביראָבידזשאַן היינט-צו-טאָג און ערשט נעכטן


Monday, March 13, 2006

א גאנץ יאר שיכור

<>

di_purimshpiler


אַ גאַסט בין איך דאָ אויף אַ ווייל,
אַ גאַסט וואָס מאַכט זיך היימיש
אויך דו, וואָס טוסט בלויז אויף דערווייל
דיין בליק מיין וואָרט איצט שענקען,
אַ גאַסט צו זיין ביים גנאָד זיך אייל
ביים גנאָד וואַס גריסט דיך שעלמיש.

און טאָמער האָט דיין בליק פאַרוויילט
מיין וואָרט'ס טיפע פאַרבענקשאַפט
ניט קאַרגן זאָלסט קיין גיפט, קיין בייל
אומהיימלעכקייט און ענגשאַפט
וואָס זייער אָנגעשאַרפטע פייל
מאַכט זיך צומאָל צו היימיש

אַ גאַסט בין איך דאַ אויף דערווייל
און דו, דו – מאַך זיך היימיש...




di hent

Sunday, February 26, 2006

א מתנה הירשע-דודן

<>

I LOVE YIDDISH
קויפץ
אַ העמדל

אַ גאַנג איז מערער
ווי גלאַט אַ גענגל
און ס'טוט בלויז באַנג
דעם שפּאַן צו שפּאָרן.
דער שליאַך איז דיינער,
דער בלומס אַ שטענגל
איז דיר מקנה,
קיינעהאָרע!

און טאָמער
וויינט דער וועג,
און סקריפּעט
אונטער דיין טראָט
דער זשוויר דער זשוואַווער,
ניט לייג קיין אַכט.

דו, שפּאַן וואָס גיכער,

נאָך אונדז זיך יאָגט
דער וועלטס
כך הווה...

געבענטשט
זאָל זיין
דער וועג
וואָס לענגער!
פאַרביי עס שטאַמלען
ביימערס שטאַמען,
בנינים בייגן זיך
געבייגלט
און דו,
טראָץ יענעמס
קרומע גענגלעך

האַלט שטאָלץ דיין גאַנג
צום האַרץ צום סאַמע.


Friday, February 17, 2006

קונקל־מונקל

<>

shut
Юлия Алексеева

ס'קומט צו חלום אין דער טונקל
אַ פארזעעניש:
קונקל־מונקל
קומען קומט עס פון אַ ווינקל
און דערלאַנגט דער וועלט
אַ שטינקל.


אין אַ ווינקלדיקן טונקל
פון אַ טונקלדיקן ווינקל
אַ קאָשמאַר
און אַ געסרחה:
לויטער בראָך,
גאָר קנאַפּע ברכה:


קונקל־מונקול,
ווינקל־שטינקל –
אַ בייזער חלום
מיט אַ צינגל.

כאַפּסט זיך אויף
פון שלאָף פאַרטונקלט,
ווילסט אָפּטרייסלען זיך
וואָס פלינקער
נאָר די טרערן שווייס
זיך קייקלען
און פארקייקלען זיך
אַהינטער
יענע שאָטנדיקע עקן
וואו חלומות בייזע
שפּעטן...

טפו־טפו־טפו, אויף מיינע שונאים!

און לויט צעשפּייען זיך –
כ'דערקאָן אים:
דאָס איז ווידער ער,
דער סקאָצל,
דיר אין 
קאָפּ 
זיך אויסגעסטראָצלט
ווי אַ זאַטינקער פורונקול:

ס'איז ווידער ער,
דער קונקל־מונקל!




jester

Robert Lewis

Thursday, February 02, 2006

מ'ווערט ערשט געבוירן

monet.coquelicots


מיין אומקום ווערט ווידעראַמאָל אָפּגעצויגן
די וועלט טוט זיך שפּיגלען אין וואַרעמע אויגן
אין יידישע

און ווידער עס קלינגען ניגונים, פאַרצויגן,
מיט היימישן אָטעם געטאָקט און געוואויגן, –
די חסידישע

ווער אומקום, וואָס אומקום? – איך ווער ערשט געבוירן
און קרעפטיקע, האַפטיקע, האַרציקע זוימען
פאַרחידושן

ווי ווייט אין דער פרעמד זאָלסט ניט ווערן פארפלויגן
וועט תמיד אין דיר יענע קראַפט ווייטער יוירן
היברידישע

דער אומרו וועט ווייטער זיך פּאָרן מיט טרוימען
און היינטיק געפינס ווערן מאָרגן דערהויבן
אָט ווידער שוין

מיין אָנקום פאַרזאַמט זיך, ווער ווייסט צי ר'וועט טויגן
דאָך, שערבלעך ניט לייגט פאַר דער צייט אויף די אויגן
די יידישע