Monday, January 22, 2007

--





עקזיסטענציאַליזם אָדער פיר לשונות בגוף אחד

איך שפּיל זיך
נאָר זיך אַליין
כאָטש איך אַליין
באַשטיי
פון גאַנצע פיר
באַזונדערע איכן
וואָס יעדערן כ'שפּיר
ווי ער טוט פון מיר קריכן
און איך אַליין,
אַליין, אַליין, אַליין
אויף אַלע פיר
באַמי זיך
נאָכקריכן
נאָך זיי

און זיי,
זיי
פּריוון שפּילן מיך
פון קאָפּ ביז די שיך
יעדערער
לויט אַן אַנדער מין סימפאָניע
גלייך ווי כ'וואָלט זיין
אַ שטיקל פילהאַרמאָניע
זיי ציען אויס ביי מיר דעם קליי
און זאָגן: גיי, שוין גיי,
אַזוי וועט זיין געראָטן!

און יעדערער
שלעפּט מיט זיין פּאַרטיטור
מיט אייגענע נאָטן
מיט אייגענער פאַקטור
און יעדערער
מאָנט און דערוואַרט
כ'זאָל באַלד
נאָכטאַנצן אַלע טענער
נאָך הערלעכער און שענער
ווי פריר

פרעג איך ביי זיי:
ביז ווען וועט זיין דער שיעור?

דאַן ווערן זיי
אויף
אַ וויילעטשקע אַנטשוויגן
און איך
איך הייב שוין ווידער אָן
צו שפּילן
זיך
נאָר זיך אַליין
שטיל און שטאָלץ
און עלנט
ווי אַ שטיין.




Thursday, January 18, 2007

אָן קאַטאָוועס

<>






אויף די צווייגן זיצן סאָוועס
זיצן שטיל, גאָר אָן קאַטאָוועס
גאַנצע נעכט ביז טאָג וואָס בלאָוו איז
זיצן זיי

און זיי האָבן ניט קיין טאָוועס
רק זיי זיצן אָן שום טובות
ביז מ'צאָלט זיי אָפּ די חובות
איינס און צוויי

און ווען ס'קומט דער טאָג דער בלאָווער
ווערט די צוקונפט – הוילער עבר
און ווי סאָוועס ווערן גראָווער
בוים און שטיין

ביז די ווייטע, ווייטע אבות
מיט די אימהות, גרייט צו כאָווען,
נעמען־אויף אונדז אָן תרעומת
שטיין און ביין

אויף די צווייגן זיצן סאָוועס
גרוילעך־שוואַרצע ווי דער סוף איז
פון דעם קאַלטן טאָג וואָס בלאָוו איז
אָך און וויי





Friday, January 12, 2007

lomir zikh nit zorgn...

<>



היינט לעבסטו, היינט
דער פרישער מאָרגן
איז פאַר דיין קורצן בליק
פאַרבאָרגן
פאַרהילט
אין נעפּל ווי דער נעכטן
הגם דער נעכטן
איז דיר ג
אָר עכטער

היינט לעבסטו, היינט
דעם היינט'ס אַ וועכטער
ווילסט באָרגן גאַנצע שטיק
ביים נעכטן
ווייל וואָס דיר שפּעטער,
וואָס דיר מאָרגן
וו
אָס אייביק ווערט ער
בלויז פאַרדאָרבן

היינט לעבסטו, היינט
אין נעכטנ'ס מאָרגן
צעשפּרייטסטו פליגל
פריי, אָן זאָרג און
גלייך דערזעסט
העט ווייט:
דיין וויגל

אים וויגט ביז היינט
דעם טאַטנס ניגון



Friday, December 08, 2006

<>






שטיל זאָל גליווערן דאָס שווייגן
שטילער פון דער שטילסטער נאַכט
ווען סע דרעמלען שטיין און צווייגן
אונטער שטערנס שטומער וואַך
שטיל זאָל גליווערן דער דויער
שטילער פון דעם אַלטן מויער
ווען עס דאַכט די שטומקייט הויערט
אין דער טיפעניש פון נאַכט
שטיל און שטילער ווי אין אויער
זאָל צעזינגען זיך די פּראַכט
פול מיט ניגון וואָס צעבויערט
שטיל און שטום דעם אָטעם פלאַך
שטיל זאָל דויערן דיין ניגון
שטילער פון די שטילסטע וויגן
ווען עס פידלט ניט דער דאַך
און עס פּויקט שוין ניט, ניט צימבלט
דער צעשויבערטער, צעשטערטער
דער פאַרשטערטער
ווערטער־סכך

שטיל זאָל גליווערן דיין שווייגן
שטילער פון דער שטילסטער נאַכט



Friday, December 01, 2006

<>






ניט וואָכעדיק איז אונדזער ליבע
אפילו אין די סאַמע וואָכעדיקסטע טעג
ס'אַ – גרויסער, צאַרטער, ווילדער יום־טוב
וואָס גריסט, און וועקט, און גליקלעך מאָנט דיך
אויף יעטוויד שפּאַן אינמיטן וועג
ס'אַ וואונדער־ליכט – וואָס ווערט גאָרניט דערווידער
וואָס ברענגט קיין גרימצאָרן, וואָס טוט ניט באַנג
אינמיטן וואָכעדיקסטן גאַנג –
אַ פולע, פייערדיקע, יום־טובדיקע ליבע