Sunday, November 09, 2008

און דו האָסט גאָר געמיינט



און דו האָסט גאָר געמיינט

אַז דאָס איז בלויז אַ חלום

אַ ווילדער טרוים מיט וועלכן

ווערסט ניט זאַט

אַ טרוים וואָס העלפט

אַנטלויפן פון בהלה

פון טעגלעכן געיעג

נאָך מינדסטטן, נודנעם פּרט

וואָס האָט ניט קיין שום ווערט

קיין טעם, אפילו ניט קיין פנים

און דו האָסט גאָר געמיינט

אַז דאָס איז גלאַט

אַ גלעט פון אַ געדאנק

וואָס וויל אַנטלויפן

פון די האַרבע כללים

אין זוניקער פאַרטרוימטקייט

אַקוראַט

ווען אַלע וועגן

זענען שוין פאַריאָמערט

אין מאָנאָטאָנעם שטויב פון נע ונד

און דו האָסט שוין געמיינט...

נאָר שאַט, נאָר, שאַט

אָ, ניט אומזיסט

האָסטו געלעכצט

נאָך אירע אָרעמס

צו אירע צאַרטע לאַסקעס

האָסט

געגאַרט

דער טרוים ווערט דאַן די וואׇר

פאַרגעסנדיק דיין נאׇמען

פאַרוואַנדלסט זיך אין ווינט

וואׇס נעמט זיך אׇן מיט האַרץ

און ווייעט אׇן אַ סוף

גלייך ניט געקענט וואׇלט אׇן אים

די וועלט באַשטיין איר קאׇך

ווי פריער קלאׇר און קראַנט

און דו האׇסט גאׇר געמיינט,

געקלערט, געוואויגן ספקות

נאׇר אׇט איז זי לעם דיר

באַשיידן און געוואַגט

און גרייט מיט דיר צו טיילן

איר אומגעהייער דבקות

מיט יעדן זילב,

מיט יעדן פּרט

גענוי

און אַקוראַט




Friday, November 07, 2008



דאׇס בוך עלאַברעק: לידער פון נייעם יאָרטויזנט
האׇט דאׇס יאׇר, 2008, געוואונען די הירש און דאׇראַ ראׇזענפעלד פּרעמיע
פאַר יידישער ליטעראַטור
פון דער י. י. סגל־פּרייז פונדאַציע
ביי דער יידישער פאׇלקס־ביבליאׇטעק אין מאׇנטרעאׇל


Sunday, October 12, 2008

---




ווידמונג

יוסף קערלער (2000-1918) / לידער צו אַניען

שער א: בענקשאַפט

יאָסל בירשטיין (2003-1920) / דריי קליינע מעשיות

מעינקע קאַץ (1991-1906) / “צו אַ פלאַטערל” און אַנדערע לידער

הירש רעלעס (2004-1913) / ווי אַ דונער פון העלן הימל (דערציילונג)

די לידער פון לייבו לעווין (1984-1913) /פון איציק גאָטעסמאַן (ניו־יאָרק)

שער ב: קיום – נייע ווערק

רבקה באַסמאַן-בן־חיים (הרצליה) / “כ’האָב ווידער געלאָזט אויף אַ באַנק אַ בלימל”

אלכסנדר שפּיגלבלאַט (פּתח תקווה) / דורך די שפּאַרונעס פון חלום (לידער)

מרים האָפמאַן (ניו־יאָרק) / די לודמירער מויד (פּיעסע)

חייקע־ברוריה וויגאַנד (לאָנדאָן) / אומרואיקע פּאָעזיע (לידער)

באָריס קאָטלערמאַן (עופרים) / קוידערוועלש (גראָטעסק נאָוועלע)

משה לעמסטער (בת־ים) / “דאָס גלות־גלעקל” און אַנדערע לידער

צבי אייזנמאַן (קיבוץ אלונים) / דער מענטשן־בוים (דערציילונג)

גרוניאַ סלוצקי־קאַהאַן (מאָנטרעאָל) / “ווער ביסטו?” (לידער)

יוסף בורג (טשערנאָוויץ) / צווישן קאָסעוו און קיטעוו

מענדי קאהן (תל אביב) / “איך בין אַ פרוכט…” (לידער)

ה.ד. מעינקעס (ווילנע) / “דער משומד פון קלושאַן” און “השגחה־פּרטית” (צוויי דערציילונגען)

ישראל נעקראַסאָוו (פּעטערבורג) / פרילינג (לידער)

וועלוול טשערנין (כפר אלדד) / “אַ בריוו קיין אייראָפּע” (פּאָעמע) און אַנדערע לידער

טאָמאַס סאָקסבערגער (ווין) / דע־האַנס ליד

רות לעווין (ירושלים) / אַטלאַנטידיש (לידער)

לייבל באָטוויניק (נתניה) / נאַציאָנאַלער רייניקונג־טאָג

טרוים קאַץ־הענדלער (ניו־יאָרק) / אונדזער גאַסן־גאַנג (לידער)

דמיטרי יאַקירעוויטש (ירושלים) / “מיכאָלסעס טרערן” (לידער)

באָריס קאַרלאָוו (בלומינגטאָן) / “יידישע שטיבער אָן יידן” און אַנדערע לידער

שער ג: געדענקשאַפט

מוסיע לאַנדאַו (תל אביב) /די וואָס האָבן אונדז געלערנט דעם אלף־בית און נאָך מער...

אברהם ברומבערג ע”ה / עפּיזאָדן פון מיין סאָציאַליסטישער קינדהייט

מישע לעוו (רחובות) / יידן אין דער צווייטער וועלט־מלחמה

שער ד: אין יידישן וואָרט: נייע איבערזעצונגען

בערנאַרד מעלאַמוד / דער יידישער פויגל (פון ענגליש: מרים האָפמאַן)

אתגר קרת / דריי דערציילונגען (פון עברית: וועלוול טשערנין)

דמיטרי קימעלפעלד (ירושלים) / זינגלידער (פון רוסיש: וועלוול טשערנין)

רועי חן (תל אביב) / די פּאָסט־מאַרקע (פון עברית: רות לעווין)

לעאָניד דאַיען (לואיוויל, קענטאָקי) / בטחון (פון רוסיש: שרה זינגער)

שער ה: באַמערקט, געפונען, פאַרצייכנט

אברהם גרינבאַום (ירושלים) / מיכל גאָרדאָן און זיין “געשיכטע פון רוססלאַנד”

משה לעמסטער / סאָניע זאַנדרונסקי דער בדחן פון ביאַליסטאָק

וואַסילי שטשעדרין (באָסטאָן) / דער בויער צווישן חורבות: דער בראשית פון סאָוועטישן יידישן טעאַטער און די קורצע פּיעסע פון שלמה מיכאָעלס

דוב־בער קערלער (בלומינגטאָן) / עטלעכע באַמערקונגען פונעם איבערזעצער

שלמה מיכאָעלס / דער בויער. פּיעסע

דיעגאָ ראָטמאַן (ירושלים) / דער יידישפּיל־טעאַטער: צווישן אויפלעבונג און געשטאַלטיקונג פון עבר

שער ו : געשטאַלטן און גורלות

משה קיאַק (בוענאָס איירעס) /זיגמונד פרויד און דער האַלסמאַן־פּראָצעס

קאַטערינאַ טשאַפּקאָוואַ (פּראָג) /קאַפקאַ און דער יידישער טעאַטער: מזרח־אייראָפּעאישע יידנטום אין די אויגן פון פּראָגער יידן

אלכסנדר שפּיגלבלאַט (פּתח תקווה) /אין וועלפישן יאָרהונדערט: דוד האָפשטיין און אָסיפּ מאַנדעלשטאַם

שאַרונאַס ליעקיס (ווילנע) / זלמן רייזענס גורל און די ווילנער פּאָליטישע ענדערונגען

ישראל לעמפּערט (ווילנע) / אַ קאַטעדרע פאַר יידישער פילאָלאָגיע אין ירושלים ד’ליטא

לייזער לובאַרסקי (תל אביב) / דאָס מסירות־נפש פון דוב גאַפּאָנאָוו

יחיאל שיינטוך (ירושלים) / פּראָפ’ שמואל ווערסעס איז געוואָרן בן־תשעים

שער ז: לשון, סטיל, פאָרעם

יצחק לודען (תל אביב) / אַ ביסעלע באַשיידנקייט וואָלט ניט געשאַט

הירשע־דוד קאַץ (ווילנע) / ווערטער וועגן ווערטער

גלעד צוקערמאַן (בריסביין) / פאַרמאַסקירטע אַנטלייאונג: יידישע לעקסישע השפּעה אויף עברית