Wednesday, December 08, 2010

דריי קורצע לידער


bluming



גאנצפריאיק
מודיע בין איך אייך אויף לשון פון פייגל
מיט קלאַנגען וואָס טרעלן און טוען זיך בייגן
אין צווייען, אין דרייען, אין כפל כפלים
די זון איז שוין אויף, און די נאַכט -- זיך פאַרטייעט

דאָס ווינטל איז מילד און, צערטלעך, די צווייגן
בעטן זיך שטיל: טוט אונדז ניט פאַרשווייגן
די גאַסן באלד פול, די קראָמען שוין אָפן
און ס'האַרץ פון דער וועלט ווערט גאַנצפריאיק פאַרשלאָפן

נאָר ס'אַרט ניט דער שטאָט, וואָס איז חוטא בעגל
ס'פאַרחלומטע האַרץ וואָס טרעלט מעשה פייגל

-


ווינטער קרישקעס
ס'איז אויסגעפאַלן היינט דער שניי
דער ערשטער שניי פון יאָר
נאָר דווקא גאָר
אָן יום־טובדיקער פרישקייט
– פון ערשטן לאַנג דערוואַרטן שניי
בלויז נעבעכדיקע קרישקעס
בלויז שפּאָרע זוימען
פונעם ווינטערדיקן
אָך־און־וויי
פאַרפרירנדיק די קישקעס



דרינגענדיקע מעלדונג 


ס'ווערט געזוכט אַ פּאָעט
וואָס זאָל קאָנען פאַרגראַמען
די שטילקייט
די קאָסמישע שטילקייט
מיט איר גאָר ניט קיין קאָמישער
קילקייט
און דערלאַנגען
דאָס ליד
עקסטראַ סראָטשנע
אָן שהיות
בעת די זון די גאַנצפריאיקע
גרייכט צו די וויעס
פון דער טיף נאָך אין שלאָף
אַ פאַרזונקענער מוזע
ס'ווערט געזוכט אַ פּאָעט
א ו מ ע ט ו ם
דרינגענדיק
מעלדן דאָס
מוז מען



Wednesday, November 03, 2010




דיינע לידער, ט'זי געזאָגט,
נאַרישע און פלאַכע
און דו אַליין – אַן אידיאַט
און אַ דבר־אחר!

טאַקע יאָ, געענטפערט האָסט,
ביסט גערעכט אינגאַנצן...
און דער פלאַכקייט'ס עקבער־פראָסט
שטעכט און שטעכט אין האַרצן

Monday, September 27, 2010

ירושלים, דעם 22טןו אויגוסט 2010






אַ געזאַנג זאַלבעדריט
אייניק באַזונדער
יעדערער אויף זיין שניט
אַ געמיינזאַמער וואונדער
וואָס ניגונט
און ריזלט
און בריט
שעפּטשענדיק
זינגעוודיק
מונטער
אַ געזאַנג זאַלבעדריט
ווי פון האַרץ אויסגעפליקט
...גיב זיך ניט אונטער


Thursday, September 23, 2010

לכבוד יעקב ג---ן






וואָרט'ס מוזיק וואַרט געהאָרכזאַם אויף אַן אויער
עס זאָל זיין פאַר איר געווירבל אַ טויער,
אַ פענצטער, אַ פּתח־ה: האַ
אַ זשעדנער מין ברוך־הבאָ אַזאַ

בפירוש אַ  ב ר ו ך ־ ה ב אָ
און ניט קיין פּאַרווענער באָרכאַבע
אַ פריידיק צעשטראַלטער אָ־האָ
איצט און דאָ

ניט קיין פאַרשימלט שטיקל עולם־הבא
נאָר עכטיקע, לעכטיקע
רעזאָנאַנץ

אַ כפּרה די געקינצלטע עלעגאַנץ
פון כלומרשטע צניעות
געמאַכטע בקיאות
ניט דערקאָוועטע אַדעראויפן
וואָס  האַלטן אין איין רופן
און דערפירן אין ערגעץ

אַ ברכה אויף יעטווידן
מעגאַהערץ
וועלכער ערגערט זיך
ערגערט זיך
ניט

און פאַנגט די פּראָפּאָרץ
פון געצאַפּל אַ וואָרטס
און ווערט 
דערהערטערהייט
אַ ליד