Sunday, December 07, 2014

אבי דער אבי אבות זאל דערהערן




עמעצער וועט זיכער געפינען עפּּעס
עפּּעס־וואָס, ערגעצוואו, ווי־עס־איז
אויף עפּעס אַן אופן אַזאַ
אַבי ער׳ט געפינען
אַבי צוליב עפּעס־דאָס, עפּעס־יענץ
צי פאַר עמעצנס וועגן
און דער אַבי וועט דערלאַנגען
און בלייבן שטאָלץ שטעקן
אין דעם ווייטן און דאָך אַזאַ נאָענטן אָב
דעם אָבי אָב פון אַלע זוכענישן
אַלע אויסגעפינסן
פון אַלע אַבי רעדנס
אַבי זאָגנס
אַבי אָטעמענס
כּל־זמן עס אָטעמט זיך נאָך
איידער אַש, איידער פּאָרעך
איידער עס פאַרוואַנדלט זיך
אין דעם הויכן שטומען ווידערקול
פון אַ לעבעדיקן האַרץ־ציטער
אַבי דער אָבי אָבות
זאָל מיט שמייכל
דערהערן
די אייביקע ציטערניש
דעם צאַפּל
דעם הייליקן פונק
אינעם וואונק
פון שוואַרצאַפּל
פון אַבי עמעצן

Saturday, December 06, 2014

ווינטער יאָך

--

עס זאָגט דער לוח קלאָר: "אין דרויסן איז דאָך האַרבסט!"י
נאָר דער צעחושטער ווינט – קיין אָרט זיך ניט געפינט ער,י
די רעגנטראָפּנס ווערן שניי, די ווייטע זון זאָגט: "שטאַרבסט?י
טאָ שטאַרב געזונטערהייט, עס גייט אַ שווערער ווינטער."י

ווי קאָן מען איבערלעבן דעם שווערן ווינטער יאָך,י
גענויער נאָך: ווי קאָן מען אים, דעם בייזן, איבערשטאַרבן?י
און טיף אין די געבליטן – לכבוד זומערדיקן קאָך
דערוואַרעמט זיך די ווייסע קעלט מיט וועסנעדיקע פאַרבן.י

Tuesday, December 02, 2014

אלץ וואס קומט אריין אין מיין ליד




אַלץ מעג האָבן
אַ קיום
 – ביי מיר אין ליד

אַ בינטל שטרוי
אַ טראָפּן טוי
אַ קויל וואָס גליט

,אפילו אַ שטיינדל
וואָס צווישן די פינגער
זיך חנדלט

אַ שאָרך פון ווינט
,אינעם ברייטן
ווייטן קאָרנפעלד


אַ טרער פון טינט
און אַ האַרץ וואָס קוועלט


און אַ גאָלדענע פעדער
פון אַ פויגל אַ טשיקאַווען

און אַ בליק פון אַ קינד
וואָס פאַרלירט זיין מאַמע

  – און אַלץ
וואָס פאַרמאָגט אַ האַרץ
און טוט בענטשן דעם קיום

מיט אַ טראָפּעלע פרייד
 פון סאַמע אינגעווייד
צום סיום

Tuesday, November 25, 2014





אַ געראָטן ליד
מוז אינמיטן פלי
פאַרמאָגן פייגעלעך אין בויך
און מיט זייער געזאַנג אין האַרצן
מעג עס אויך
שוועבנדיק טאַנצן 

ברייט צעפאָכנדיק די צווייגן
און אַלץ ווייטער און ווייטער
צעטרייבן
די קלוגע וואָלקנס
פונעם יאושדיקן שווייגן
אַזעלעכנס און אַזאָלכנס

און דעם רייטער
אויפן שפּיץ כוואַליע 
זאָלן אים דער כוואַליעס שוועסטער
גריסן אַלע
מיט אַ באַהאַרצטן יבוא ויעלה


אַזאַ ווי דו ביסט


אַ גאַסט אין דער היים
און אַ גייסט אין דער פרעמד
וואַנדערסט כסדר
איבער שטעטלעך
און שטעט

דער וועלט, וואָס איז געטלעך,
וואַרפסטו דעם גט
און ווייטער אין חדר
פאַרבלייבסט ביז צו שפּעט

צו לויב און צו שפּאָט
צו גאָט
און צו לייט
פילסט זיך גאַנץ נאָנט
אויך העט פון דער ווייט

און לשון פון מענטשן
פון פייגל
פון בוים
ווילסט אַלץ דערקענען
כאָטש ס'דערקענט זיך
קוים־קוים

געקענט שוין
אַזויפל
פאַרגעסן און שוין
נאָר ווי קאָן מען פאַרגעסן
דעם פויגל, דעם בוים

ווי קאָן מען פאַרגעסן
דעם טעם פון דעם זוים
בין אדם למקום
צווישן הימל און מענטש

ס'מעג דיר אויספאַלן באָקאָם
צו זיין דער פּאַרענטש
צווישן הימל און שימל
צווישן קלאָר־גייסט און מיסט

אַבי דו וואַנדערסט 
דורך ווימל
אַזאַ ווי דו ביסט