אינדיאַנער גאָלד
אויף די גאַסן פון אינדיאַנע
וואַלגערט זיך איצט גאָלד –
ס'איז אַן אָסיען דאָ אַזאַ מין
און דו האָסט עס האָלט.
לאָמיר באַלד אַרויס צוזאַמען
ביידע, איך און דו –
זיך אַ גיי טאָן, זיך אַ דריי טאָן
גליקלעך, טפו־טפו־טפו...
אויף די שליאַכן, אויף די גאַסן
שפּאַנען אויפן גאָלד –
איבער פרישן האַרבסט דעם נאַסן
איידער ס'ווערט שוין קאָלט.
אויף די גאַסן פון אינדיאַנע
ווערט שוין קילבלעך באַלד,
נאָר באַגילדעט שטייט אַזאַ מין
גליקלעכער דער וואַלד
און מיר גייען שוין צוזאַמען
ניט דאָס ערשטע מאָל,
ווידער בענטשן אונדז די שטאַמען
אַלע מיט אַ מאָל!
אויפן וועג עס וואַרט מסתמא
שוין דער בייזער ווינט,
נאָר דאָס איבער־גאָלד־איצט שפּאַנען
יונג און בונט זיך גרינט.
אויף די גאַסן פון אינדיאַנע
וואַלגערט זיך איצט גאָלד –
ס'איז אַן אָסיען דאָ אַזאַ מין
און איך האָב עס האָלט
אויף די גאַסן פון אינדיאַנע
וואַלגערט זיך איצט גאָלד –
ס'איז אַן אָסיען דאָ אַזאַ מין
און דו האָסט עס האָלט.
לאָמיר באַלד אַרויס צוזאַמען
ביידע, איך און דו –
זיך אַ גיי טאָן, זיך אַ דריי טאָן
גליקלעך, טפו־טפו־טפו...
אויף די שליאַכן, אויף די גאַסן
שפּאַנען אויפן גאָלד –
איבער פרישן האַרבסט דעם נאַסן
איידער ס'ווערט שוין קאָלט.
אויף די גאַסן פון אינדיאַנע
ווערט שוין קילבלעך באַלד,
נאָר באַגילדעט שטייט אַזאַ מין
גליקלעכער דער וואַלד
און מיר גייען שוין צוזאַמען
ניט דאָס ערשטע מאָל,
ווידער בענטשן אונדז די שטאַמען
אַלע מיט אַ מאָל!
אויפן וועג עס וואַרט מסתמא
שוין דער בייזער ווינט,
נאָר דאָס איבער־גאָלד־איצט שפּאַנען
יונג און בונט זיך גרינט.
אויף די גאַסן פון אינדיאַנע
וואַלגערט זיך איצט גאָלד –
ס'איז אַן אָסיען דאָ אַזאַ מין
און איך האָב עס האָלט
No comments:
Post a Comment