*
מיין
שוועסטערל, די קורצקייט,
טוט
מיינע שורות איבערקלייבן,
אַז
צו דער ערשטער יאׇרצייט
רק איינע זאׇל פאַרבלייבן.
*
אַלע פייגל זיך צעפלויגן?
אַלע ליבעס זיך צערונען?
אייסעך וואׇס! – ס'אי ניש געשטויגן!
ס'איז נאׇך פול דער אַלטער ברונעם...
*
אַַ גאַַנץ
לעבן קלייבן שיימעס
צונויפלאַטענדיק אַ
טעפּּיך
ס'זאׇלן שפּּיגלען
זיך די הימלען
אויפן ברייטסטן קרקע־שטח...
*
געגאַן
פאַרביי אַן אַלטן צווינטער
אינמיטן
בלי פון אׇנהייב זומער
און
זיך דערמאׇנט אַז ביזן ווינטער
איז
בלויז אַ קאַצנשפּרונג אַ שטומער.
*
טוסט
אַ קוק: ניט אַלץ
איז מעגלעך –
ערגעצוואו
ניט סטאַיען כוחות;
נאׇר דאׇס
סמעיען פליען טעגלעך
טוט דיר ברענגען רק
דערהויבנס.
*
אַ גרוס פון נאַרציסן,
ער לאׇזט אייך אַלע גריסן
פון זיך, פון דער ווייטן
אַבי עס געדענקען אים לייטן...
No comments:
Post a Comment