Wednesday, June 18, 2014

DER YIDISHER VINT





דער יידישער ווינט


*
דער יידישער ווינט האַלט אַלץ בלאׇזן און בלאׇזן –
די יידישע קינדערלעך ר'וויל ניט פאַרלאׇזן...
נאׇר זיי, אׇט־די קינדערלעך, זיי בלאׇזן זיך ניט
רק זיי שטאַרקער פאַרפעסטיקן זייערע היט.


*
האׇט מוישע געזאׇגט צו די יידן:
געזעסן גענוג אויפן תוחעס!
שטייט אויף און פאַרגעסט פון מערידן
און קומט אויפצונעמען די לוחות!..


*
אמת, ווייט ניט יעדער ייד
איז אַ שטיק אַנטיסעמיט, –  
ס׳איז אויך פאַראַן אַ כאׇפּטע יידן
וואׇס פאׇרן סתם זיך אויף ירידן.


*
און לוט איז געוואׇרן גוט שיכור...
האׇט באַמערקט דאַן, כביכול, גאׇט –
אַז ניט ניכטערקייט איז גאׇר דער עיקר
ווען מע ווערט גלאַט שיכור ווי לוט.


*
די יידישע מוזע איז אַ יידישע מאַמע,
פאַר איר קינד איז זי גרייט צו שפּאַלטן די ימען.
נאׇר די יידישע דיכטער, וויי ז'מיר און ווינד מיר,
צי זענען זיי אַלע ווי יידישע קינדער?


*
און יאַנקל גענומען זיך ראַנגלען
מיט אַ מלאך, צי אפשר מיט זיך?
ווער ווייסט ווי ווייט ס'וועט דערלאַנגען
דעם חלומס צעהיצטער קאַפּריז.


-

No comments: