Thursday, October 15, 2015

לערן זיך אויס דעם אלעפבייס פון שווייגן




לערן זיך אויס דעם 
אַלעפבייס פון שווייגן
זאָל דיינס איבערגיין און דער נ
אַרישער רעש
זאָל ער זיך ווייטער ווייען ווייט־ווייט פאַרביי
דיינע דלד אמות פון שטילער שווייגנשאַפט
וואָס ווייסט אַז שווייגן מיינט ניט שטום
און עס מיינט חלילה ניט פאַרשווייגן
מערניט שווייג כל־זמן עס שווייגט זיך
ביז דו דערגרייכסט יענעם דראַנג
אַרויס מיט אַ קלאַנג אַ הערלעכן
פון דער היימישער אַקוסטישער גניזה
מיט אַ וואָרט אַ וואָרס
צו גאָט און צו לייט
פאַרן עולם,
קבל עם ועדה, דיבוק וגולם
ונאמר: סאַכטיין


No comments: