Tuesday, October 06, 2015

דעם הימלס פליגל



דעם הימלס פליגל, צי שפּירט איר זייער פלאַטער,
ווען טאָג ווערט מיד, און דאָך ניט אויסגעמאַטערט
און שטילער ווערט דער קאָך פון דעם מעת־לעת?

די צייט פון ערב מנחה רוקט זיך אונטער
נ
אָר ס׳לויפט דער זייגער ווי כסדר מונטער...
די וועלט איז רייף און פול דערוואַרטנדיק אַ נס.

און איבערנאַכט אַ נייער נס וועט קומען
מיט פייגל שחרית ווען עס טאָגט דער אומעט
און הימלס פליגל קלאַפּן העכער  הערסט?!

No comments: