Sunday, September 02, 2018

אַ נייער לייוויק





,

דו ביסט אַ נייער לייוויק
נאָר ס׳פעלט דיר אויס זיין דור
ווי לייוויק ביסט ניט אייביק
ווי לייוויק ביסטו וואָר

צו אַלץ וואָס איז אויפהייביק
מיט אַלץ וואָס גייט פאַרביי
און ווערט געשליידערט גלייביק
אין אומרו פראַנק־און־פריי

דו ביסט אַ נייער טרוימער
וואָס חלומט אויף דער וואָר…
מה נדבר... מה נאמר…
אַז ס׳פעלט דיר אויס דיין דור
Comments
Moysha (Moisei) Lemster
דו ביבט א נייער בית-לייוויק....
Manage
Reply13w

No comments: