Thursday, September 23, 2004

shprakh-dialektik

שפּראַך־דיאַלעקטיק

איך ציטער
,איבער יעדן געירשנטן וואָרט
איבערן מינדסטן קלאַנג איך ציטער
נאָר ס'ווערט ניט דאָס האַרץ מיינס
– כ'לעבן, פאַר וואָר
פאַר די רייד מיינע
.גאָרניט פאַרציטערט

ווייל ס'פליסן די רייד
פראַנק־און־פריי אויף דער וואָר
,אפילו ווען ס'רוען די ליפּן
אפילו ווען שטומעניש טויבע רייסט
,פון מיין וועזן אכזריותדיק שטיקער
:אפילו ווען ס'דאַכט שוין
– כ'לעבן, פאַר וואָר
,דו מעגסט שוין דיין מויל פאַרזיפּן
אויך דאַן, טיף פון האַרצן עס שפּרודלט
דער כאָר
.פון קוואַליקע יידיש־גיטער

פון פרי באַגינען ביז טיף אין דער נאַכט
– הכלל צווישן יאָגן און טאָגן
עס שלאָגט זיך אַלץ דורך
– מיט אימפּעט מיין שפּראַך
.די רייד מיינע גאָרניט דערשלאָגן

איך ציטער
,איבער יעדן יידישן וואָרט
איבער יעטווידן קלאַנג איך ציטער
– און ס'דאַכט אַז בפירוש, כ'לעבן, פאַר וואָר
...כ'בין בלויז זייער יורש און היטער
נאָר יאָדערדיק
ס'פליסט איבעראַל און עס דרייט
דער קאָכיקער ווירבל פון אייגענע רייד
.וואָס איך בין זייער געביטער

No comments: