דאָס איז אַ שטיקל פּרואוו אָנצוהאַלטן אַ מין לירישן, דהיינו פּאָעטישן בלאָג, וואו פון צייט צו צייט זאָלן באַווייזן זיך סיי נייע, סיי די שוין ניט אַזוינע נייע לידער און אפשר אויך דאָ און דאָרטן עטלעכע ווייניקער געראָטענע כמו־לידער. כל דחפין וכל דצריך... ווילט איר, גיט אַ קוק, ווילט איר – שענקט אַ בליק. ווילט איר ניט, אויך גוט; ס'איז ווירטועל מיין גליק
ניט דאָס איז דאָס אָרט צו געבן אַן אַלגעמיינע באַמערקונג, נו מילא. כ´זע ניט וווּ נאָך מע קען דאָס טאָן.ברוך־הבאָ אויפֿן עולם־הבלאָג! גוט צו האָבן אַ נײַעם תּושבֿ פֿון ווײַטן – נו, כ´וועל ניט אויסזאָגן וווּ.און פֿון אייגננוץ וועגן וויל איך זאָגן, אַז מײַן זשורנאַלכל דער באַוועבטער ייִד נייטיקט זיך אַלע מאָל אין נײַעם מאַטעריאַל. אפֿשר שיקט איר אַ מאָל עפּעס צו? נו, זײַט ווײַטער מצליח און כ´קוק אַרויס אויף אײַער סחורה. בלאָגט געזונטערהייט.
Post a Comment
1 comment:
ניט דאָס איז דאָס אָרט צו געבן אַן אַלגעמיינע באַמערקונג, נו מילא. כ´זע ניט וווּ נאָך מע קען דאָס טאָן.
ברוך־הבאָ אויפֿן עולם־הבלאָג! גוט צו האָבן אַ נײַעם תּושבֿ פֿון ווײַטן – נו, כ´וועל ניט אויסזאָגן וווּ.
און פֿון אייגננוץ וועגן וויל איך זאָגן, אַז מײַן זשורנאַלכל דער באַוועבטער ייִד נייטיקט זיך אַלע מאָל אין נײַעם מאַטעריאַל. אפֿשר שיקט איר אַ מאָל עפּעס צו?
נו, זײַט ווײַטער מצליח און כ´קוק אַרויס אויף אײַער סחורה. בלאָגט געזונטערהייט.
Post a Comment