אַ
וואָלקן אַ גרויער האָט פאַרלוירן זיין הימל
און
קוקט אַלץ אַראָפּ און זוכט אַלץ דאָס בלימל,
וואָס
האָט גריסנדיק וואַרעם און ליכטיק מיט שמייכל
געטראָפן
אין האַרץ אים דאָרט טיף אין די הייכן.
ער
קוקט אַלץ אַראָפּעט אויף לאָנקעס אויף גרינע
נאָר
קאָן בשום־אופן ניט געפינען דאָס בלימל...
"וואו
ביסטו, וואו ביסטו" – עס ווייען די ווינטן,
פאַרטראָגן
דעם וואָלקן אַרויף און אַהינטער.
"וואו
בין איך, וואו בין איך" – ענטפערט דער וואָלקן
"איך
בין אָן דעם בלימעלעס שמייכל פאַרשאָלטן,
פאַרפאַלן,
פאַרשטויסן, פון בענקשאַפט טו קוואַרן,
פון
גרוי־ווייסן וואָלקן ווער איך אַ כמאַרע."
און
עס נעמען זיך רינען פון אים הייסע טרערן
אַז
דעם בלימלס געשמייכל זאָל מונטערער ווערן.
No comments:
Post a Comment