Sunday, April 23, 2017

זאָג, צײַט, למען־השם




זאָג, צײַט, למען־השם, וואָס אײַלסטו זיך אַזוי,
דו מיינסט טאַקע, וועסט עפּעס ניט באַווײַזן?
אַז אַלע ווייסן: שטאַרקער ביסט פון אײַזן, –
אָט שווער און אָט גאָר פלינקער פון אַ פלוי?

נאָך אַלעמען דעם זכר טוסט צערײַבן
און ס׳הילכט דײַן דממה־דקה אויף אַ קול,
אַלץ גובר, שיקסטו בלינדע שמייכל־פײַגן
דעם שוין כמעט פאַרגעסענעם אַמאָל.

טאָ וואָזשע יאָגסטו זיך
אונדז טרײַבנדיק קאַסטרוי,
וועסט ניט באַווײַזן
אונדז פאַרגעסן
גלאַט אַזוי?


No comments: