איר
קערט דאָס ניט וויסן, נאָר איך בין אַ ווערבע,
וואָס
וואַקסנדיק בוקט זיך אין פרייד ווי אין פּײַן
צום
שאָטן פון זונשײַן, צום ליכט אויף דער ערד און
צום
שטראָם, וואָס טוט טײַכלען און טײַכלען פאַרבײַ.
מיר
האָבן די פייגל די צווײַגן צעשטשערבעט,
נאָר
ס'לאָזן זיי הויזן בײַ זיך ס'דאָך כדאי,
טאָ
אײַלט מיר ניט דעקן די אויגן מיט שערבלעך
אָט
גיי איך אויסשפּראָצן מיט גרינקייט אויפסנײַ.
צי
טוט איר אַלץ טרוימען פון קערבלעך מיט רענדלעך,
צי
גאָר פון אַ פלי טאָן מיט געזאַנג אויף דער פרײַ,
פאַרגעסט
ניט: די ווערבע – זי קלערט אַלץ אומענדלעך
פון
ליכט און פון אומליכט, וואָס שטראָמען פאַרבײַ.
No comments:
Post a Comment