ס׳אי
דאָ אַ קער אין וועלכן ס׳טוט זיך ווענדן
סיי
פּרטי־פּרטים גאַנג און סיי די גאַנצע גרענדע
נאָר
ווייניק ווער באַמערקט עס לכתחילה
הגם
עס רודערט אויף געפילן פילע
ווייל
ס׳איז ווי קריעת ים־סוף אומפאַרשטענדלעך
און
כלומרשט ווי דער קאָסמאָס גאַנץ אומענדלעך
דאַן
גרעסטער אפּיקורוס גרייכט צו תפילה
ווי
פרומער ייד ביים דאַווענען נעילה
איידער
מ׳דערזעט די ערשטע שטערן דריי –
דער קער זאָל זיין געראָטן. הלוואי...
No comments:
Post a Comment